Playing via Spotify Playing via YouTube
Skip to YouTube video

Loading player…

Scrobble from Spotify?

Connect your Spotify account to your Last.fm account and scrobble everything you listen to, from any Spotify app on any device or platform.

Connect to Spotify

Dismiss

A new version of Last.fm is available, to keep everything running smoothly, please reload the site.

Mothers Eyes - Lyrics

א טיף באהאלטענע שרעק, אַן אומבא'טעמ'טע שפיר
איז צווישן די מאמע מיט איר קינד
פאר'ן טאכטער איז אומבאקוועם און פּראבירט שטיין ווייט פון איר
זי שעמט זיך אז איר מאמע איז בלינד

זי קען נישט וואשן, נישט קאכן, פירן די ווערטשאפט אין הויז
מיט א שטעקן גייט זי אין גאס
אז די בלינדע פרוי איז מיין מאמע, איך האף אז קיינער געפינט נישט אויס
איך וויל נישט זיין די נעבעך פון קלאס

קיין חבר'טע צו זיך אינדערהיים האט זי קיינמאל אריינגענומען
ביי PTA
אוי האט זי געוויינט איר מאמע זאל נישט קומען
זיך ארויסגעדרייט, איר קיינמאל באגלייט
די באציאונגען ווערן נאר קעלטער
אזוי לויפן די יארן, זי ווערט נאר אלס גרעסער און עלטער

ענדליך שוין א כלה און צו די חתונה זי גרייט זיך
האבן מיין אייגענעם לעבן, אוי ווי די כלה פריידט זיך
זי פּאקט זיך פּעק – ציעט זיך אוועק
ווייט ווייט ווייט
פארגעסן פון די שווערע יארן וואס זי האט אינדערהיים געהאט

די מאמע ביטער פארקלעמט, אין הארץ עס ברענט א ברענעניש
זי קען נישט איינשלאפן, לא יכבה בלילה נרה
אירע צוויי בלינדע אויגן, זען טאקע זיי קענען נישט
…אבער וויינען קענען זיי נאך יא

ווייטאגליכע קרעכצן נאך אזויפיל יארן פון דרוק
עס גיסט זיך א גאָס פון געוויין
עס שטייט איר פאר די אויגן מחשבות פון יארן צוריק
וואס קיינער ווייסט נישט נאר זי אליין

מיין קינד כ'האב דיר קיינמאל פארציילט דורכאויס די אלע יארן
אז דו ביסט געבוירן געווארן מיט א חסרון
איך האב נישט געוואלט אז דו – זאלסט פילן ווי
ביסט אנדערש ווי יעדן איינעם
דערפאר האב איך באשלאסן אז איך דערצייל עס נישט פאר קיינעם

אבער איך מיין ס'איז שוין צייט, אזוי טוט מיין געפיל טרייבן
די מאמע נעמט א פעדער אין האנט און הייבט אן צו שרייבן
בסיעתא דשמיא, מיין טייער קינד לאה
וויאזוי גייט דיין לעבן אלס ווייבל
איך וויל דיר עפעס בעטן, דערפאר גיב איך דיר יעצט א שרייב'ל

זאלסטו וויסן מיין קינד"
דו ביסט געבוירן נישט געזונט
דו ביסט געווען בלינד אויף ביידע אויגן
אבער וואס טוט נישט א מאמע פאר איר קינד
מען האט די הויט פון מיר געשינדט
איך האב דיר געשאנקן מיינע, אז דיר זאל אלעס טויגן

זייט דעמאלטס מיין קינד
בין איך געווארן בלינד
אוי ווי שווער האב איך דיר אויפגעצויגן
איך שרייב דא צו דיר מיין קינד
מיט בלוט אנשטאט מיט טינט
איך בעט דיך איין זאך, היט אויף מיינע אויגן

"אוי אוי איך בעט דיך, היט אויף דיין מאמע'ס אויגן!

Don't want to see ads? Subscribe now

API Calls